אין געפארפולע פעלדער
א קאמיקס ביכל בייגעלייגט מיט א סידי.
דער ביכל איז הערליכע דראמאטישע האנט בילדער, דורך די בארימטע מעלערין מרת אייכלער. געשריבן און בארבייט דורך הרב שמעון יואל קליין.
אינעם סידי פארציילט דער מחנך הרב אליעזר הערש ראזנפעלד די מעשה מיט זיין לשון לימודים, מיט הרב יעקב ווייס אינאיינעם מיט צוויי טאלאנטפולע קינדער.
ליינעדיג דעם ביכל מיט די אויגפארכאפענדע בילדער און אויסהערן דעם סידי, וועלן די קינדער אריינגעפירט ווערן אין די מעשה כאילו זיי זענען אצינד דערביי האבענדיג סיי דעם קלארן ראייה פונעם ביכל, און אויך די שמועה הערענדיג די מעשה מיט יעדן דעטאל.
די מעשה זעלבסט איז גאר דראמאטיש און שפאנענד איבער עטליכע היימישע קינדער וועלכע זענען אריינגעשלעפט געווארן אין א אינטרעסאנטן איבערלעבעניש, און האבן זיך מוסר נפש געווען אויף שמירת התורה בפרט די הייליגע מצוה פון שמיטה.
די ביכל און סידי וועלכע זענען פול מיט מוסר השכל און אהבת המצוות, איז די צווייטע אין די סעריע פון 'הוצאת קינדער שריפט', און אנטשפרעכט צו האלטן די קינדער געשפאנט און באשעפטיגט פאר א לענגערע ווייל בעז"ה.